אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
ויהי, אין א גרויסער קעניג, איז געווען
באליבט ביי יעדן, וואס האט אים געזעהן
געוועלטיגט איבער לענדער, מיט גרויס הערשאפט
מלומד אין אלע חכמות, און וויסנשאפט
געהאט א קינד, געווען זייער באליבט
מיט אים זיך זייער, שטארק שטאלצירט
פיל מיט ליבשאפט, אין אמת'ע חן
פון ווען ער איז נאך, געווען זייער קליין
גענומען פאר אים, מחנכים די בעסטע
פון יעדן פאך, מומחים די גרעסטע
קענערס פון פארשטאנד, און אלע חכמות
ענינים פון חסד, גבורה און מלכות
אים דערהויבען איבער, אלע פלאנעטן אין שטערן
יעדער האט פון אים געטוהן, וויסן און הערן
אים אויסגעלערנט, ווי אדורך צו גיין שוועריקייטן
קנעכטשאפט שקלאפעריי, און פינסטערקייטן
שווערע פריווינגען, מיט פיינפולע נסיונות
שטערונגען מיט, איבערמענטשליכע כוחות
דאס אלס איז ער, אבער פאריבער
וויסענדיג אז ער האט, א טאטען א גבור
ער האט געזעהן, מיט די אייגענע אויגן
דעם כבוד פונעם טאטען, דעם גרויסען
געקענט אויף אים, שטאלצערהייט טייטלען
וועם ער קען, קיינמאהל נישט בייטען
דער קעניג האט אים געלערנט, די געזעצן
דער בן מלך זאגט צו, דאס קיינמאל נישט פארלעצן
די וועלט רעש'ט, עס טומעלט ביז גאר
דער בן מלך, האט געטראפען זיין פאר
בשעת דער בן מלך, איז געטאנצען פאר פרייד
האבן דעם קעניג'ס שונאים, זיך געמאכט פאר אים גרייט
זיי זענען, געקומען שנעל צו גיין
צו מאכן זיכער, אז דער זוהן איז מער נישט אליין
די פיינד די ביטערע, האבן אנגעהויבן
נישט דווקא מיט שווערד, אדער פייל און בויגן
נאר מיט פארדרייען, דעם מח מיט השגות
פאלשע רעיונות, אין פרעמדע הדרכות
שקרים חטאים, און ווילדע אנרייצען
האט זיי דער נער, דער אלטער ליצן
פארגעשטעלט, אין גאלדענע געשטאלטן
גלאנציג געפיצט, מיט דימאנטען
דער זוהן האט זיך, שנעל צוריק געשטעלט
ווען דער טאטע האט אים, געבויט א הערליך געצעלט
אים געגעבן א לאנד, ווי מילך און האניג גיסט
דארט ווי שמן אפרסמון, ווי שמן זית פליסט
ערד וואס איז באוואקסען, מיט אלע פלאנצען
די לופט מאכט קליג, און די בערג טאנצען
א מקור פון שפע, פאר אלע לענדער ארום
מתנות געברענגט, האבן קעניגן און מלכים
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
דער שונא האט שוין, נישט געקענט
זיצען גלייך, מיט צוזאם געלייגטע הענט
אין דעם לאנד פארדרייט, א קריגעריי א קנאה
אריינגעברענגט פרעמדע וויסען, אין שנאה
צוביסלעך האט דאס קינד, אנגעהויבן
די נאנטשאפט מיטן טאטען, פארלוירען
נאכגעגאנגען מענטשען, מיט קרימע וועגן
זייערע פאלשע, געדרייטע שטעגן
דער קעניג האט געזעהן, אין געשיקט שלוחים
עהרליכע פריינד, און געהויבענע צדיקים
גערעדט שטרענג ווייעך, געוויינט מיט טרערן
אבער אלס איז נעבאך, געפאלען אויף טויבע אויערען
דער ביטערער טאג, איז אנגעקומען
א צייט פון פיין, און קולות וואס באנומען
פארטריבען דעם זוהן , געבינדען אין קייטען
דער שונא האט אים מיט קלעפ, געטון באגלייטען
דער בן מלך האט, מיט די לעצטע כוחות פרובירט
ביים אלטען מאמען, איינגעריסען און פארפירט
די טייערע מאמע האט צוגעזאגט, זי וועט נישט אפלאזען
די טויערען זענען אבער דאן, געווען פארשלאסן
דער פאלאץ איז ריאונירט, און פארברענט
דאס הארץ איז פארווייטאגט, און פארקלעמט
ער וויל מער נישט זינגען, אין שפילען
ער וויל נאר דעם טאטענס, גלעט דערפילען
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
געדאנקען פון חרטה, אין תשובה
באפאלען אים, ווען ער דערזעט זיך אין זיין סביבה
מיט דער צייט וואס מאכט אבער, א מענטש פארגעסן
איז ער געווארן באקוועם, אין ביי א פרעמד טיש געגעסן
איעדן יאר, נאר צום טאג פון זכרון
האט ער זיך דערמאנט, שוין וויפיל יארען
עס איז זינט דאן, און ליידער דארט טוט זיך דרייען
ווילדע פוקסען, און די וועלט טוט זיך פרייען
די שונאים האבן דאס קינד, געטריבן אן אויפהער
אן מנוחה פון לאנד צו לאנד, אן קיין שום שטער
ווי איז דיין טאטע?, האבן זיי געשפאסט
ער נעמט זיך נישט אן, ער האט דיך פארהאסט
ער האט דיך קיינמאל נישט געליבט, קיינמאהל געדארפט
דעריבער האט זיך מיט דיר, געפירט שטרענג און שארף
דאס קינד האט דאס, אנגעהויבען צומאהל גלייבען
אבער געוויסט אז דאס, וועט נישט אזוי בלייבען
אין תפיסות טורעמעס, אים געלאזט שמאכטן
געברענט אויפן שייטערהויפן, און געטוהן פאראכטען
זיינע ביסל ספרים און בריווען, געלאזט פארברענען
בלבולים שחיטות, און ווילדע פאגראמען
קיינמאהל נישט געדארפט, צופיל תרוצים
גלחים קיסרים, פראסטע פויערען און פריצים
דעם בן מלך גערודפ'ט, און געיאגט
פארשווארצט באשמיצט, אין פארפלאגט
ער האט זיך דאך, פעסט אנגעהאלטען
זיך געשטארקט מיט האפענונג, דעם אלטען
איבער גייענדיג, די זיסע לימודים פון זיין יוגנד
איז דאס ווי א ליכטעלע, אים געווען דערקוויקענד
דער שונא האט דאס אבער, נישט פארגינען
אז דער בן מלך האט נאך, דעם טאטען אינזינען
האט ער א זיסן פנים, מיט א שמייכל אנגעשטעלט
הייב אן אויסזעהן ווי אונז, רעד נאר ווי אונז געפעלט
ארויס מיט די ווארעמקייט, און אריין מיט די קאלטע
לאזט אפ דעם פארצייטישן לבוש, די מנהגים די אלטע
מיר וועל דיר מאכן, פילען באקוועם אין זיכער
לערנט נאר אונזער קולטור, אין אונזערע ביכער
אבער נאך א קורצע צייט, האט דאס ריינע קולטור
געוויזן דעם ריכטיגען געשטאלט, זייער קלאר
ווי א פארצוקענדע חי', געוואלט דערשטיקן
די בלוט דארשט מיטן בן מלך, צו דערקוויקן
הבה נתחכמה, זיך גאר ארגאנאזירט
דאס פראבלעם צו לעזן, אויספלאנירט
געשאסען פארגז'ט, און באווארפן מיט שטיינער
דעם בן מלך צובראכן, זיין גייסט און ביינער
דער בן מלך איז געבליבן, אין א שלעכט צושטאנד
צומישט אן א קלארן דעת אין פארשטאנד
פארוואס באהאלט זיך ער, זיך פון מיר
אונטער אזא פארנעפלטע, און טונקעלע טיר
יאר נאך יאר, האט זיך אזוי גערוקט
דער קעניג האט, פון דערווייטענס געבליקט
און פיל טרערן, טעגליך פארגאסן
אויף דאס שיין הויז, וואס ער האט פארלאזען
וויי פאר דעם קינד, וואס איז געווארן
פון זיין טאטענס שטוב, צוליב זינד פארטריבען
ביים טויער האט ער, א געבינדענעם שליח גרייט
צו נעמן דעם זוהן אהיים, נאר ביים ריכטיגען צייט
ווען דער קעניג הערט אבער, וואס ער לעכצט
א וויי געשריי "טאטע", אן אמת'ע קרעכץ
שטילט דאס איין אלע מיניסטארען, אין שרים
גלייך ביזן קעניג'ס שטוהל, קומט דאס צו פארן
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
דער בן מלך, טוט שטענדיג געדענקן
צום טאטענס ליבשאפט, טוט ער בענקן
ווען וועט שוין זיין, דער גרויס פארכטיגער טאג
וואס וועט ענדיגן, דעם גרויסן קלעם און פלאג
מיט טוהן חסדים צדקות, און פשוטע גלייבען
אומזיסטע ליבשאפט, איינער צום צווייטען
אפילו דער שליח ביים טויער, טוט זיך פארזוימען
טוה איך צו אים יעדן טאג טרוימען
די פייניגער וועלן ביטער, געשטראפט ווערן מיט נקמה
די פעלקער וועלן זעהן, וואס איז א קעניגליכער נשמה
די אומפארענטפערטע קשיות, וועלן ווערן קלאר
און דער בן מלך, וועט צוריק טרעפן זיין פאר
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד
אתה תקום תרחם ציון, כי עת לחננה כי בא מועד